Songtexte.com Drucklogo

Dona Dona Songtext
von Chava Alberstein

Dona Dona Songtext

אויפן פורל ליגט אַ קעלבל
ליגט געבונדן מיט אַ שטריק
הויך אין הימל פליט אַ שװעלבל
פרײט זיך דרײט זיך הין און קריק

לאַכט דער װינט אין קאָרן
לאַכט און לאַכט און לאַכט
לאַכט ער אָפּ אַ טאָג אַ גאַנצן
מיט אַ האַלבער נאַכט

דאָנאַ דאָנאַ דאָנאַ דאָנאַ

שרײַט דאָס קעלבל זאָגט דער פּויער
װער זשע הײסט דיך זײַן אַ קאַלב
װאָלסט געקענט צו זײַן אַ פויגל
װאָלסט געקענט צו זײַן אַ שװאַלב


לאַכט דער װינט אין קאָרן
לאַכט און לאַכט און לאַכט
לאַכט ער אָפּ אַ טאָג אַ גאַנצן
מיט אַ האַלבער נאַכט

דאָנאַ דאָנאַ דאָנאַ דאָנאַ

בידנע קעלבער טוט מען בינדן
און מען שלעפּט זײ און מען שעכט
װער ס האָט פליגל פליט אַרויפצו
איז בײַ קײנעם ניט קײן קנעכט

לאַכט דער װינט אין קאָרן
לאַכט און לאַכט און לאַכט
לאַכט ער אָפּ אַ טאָג אַ גאַנצן
מיט אַ האַלבער נאַכט

דאָנאַ דאָנאַ דאָנאַ דאָנאַ

Songtext kommentieren

Log dich ein um einen Eintrag zu schreiben.
Schreibe den ersten Kommentar!

Quiz
Wer will in seinem Song aufgeweckt werden?

Fans

»Dona Dona« gefällt bisher niemandem.