Songtexte.com Drucklogo

Yankele Songtext
von Chava Alberstein

Yankele Songtext

שלאָף זשע מיר שױן, יאַנקעלע, מײַן שײנער,
די אײגעלעך, די שװאַרצינקע, מאַך צו,
אַ ײנגעלע, װאָס האָט שױן אַלע צײנדלעך,
מוז נאָך די מאַמע זינגען אײַ־ליו־ליו?

אַ ײנגעלע, װאָס האָט שױן אַלע צײנדלעך,
און װעט מיט מזל באַלד אין חדר גײן,
און לערנען װעט ער חומש און גמרא,
זאָל װײנען װען די מאַמע װיגט אים אײַן?


אַ ײנגעלע, װאָס לערנען װעט גמרא,
אָט שטײט דער טאַטע, קװעלט און הערט זיך צו,
אַ ײנגעלע, װאָס װאַקסט אַ תּלמיד־חכם,
לאָזט גאַנצע נעכט דער מאַמען נישט צורו?

אַ ײנגעלע, װאָס װאַקסט אַ תּלמיד־חכם,
און אַ געניטער סוחר אױך צוגלײַך
אַ ײנגעלע, אַ קלוגער חתן־בחור
זאָל ליגן אַזױ נאַס װי אין אַ טײַך?

נו, שלאָף זשע מיר, מײַן קלוגער חתן־בחור,
דערװײַל ליגסטו אין װיגעלע בײַ מיר.
ס′װעט קאָסטן נאָך פֿיל מי און מאַמעס טרערן
ביזװאַנען ס'װעט אַ מענטש אַרױס פֿין דיר.

Songtext kommentieren

Log dich ein um einen Eintrag zu schreiben.
Schreibe den ersten Kommentar!

Fans

»Yankele« gefällt bisher niemandem.