Songtexte.com Drucklogo

Ani Maamin Songtext
von Lipa Schmeltzer

Ani Maamin Songtext

•••

דער באן זיי עס פירט
א טויט שרעק מ′שפירט
שוין נישט געגעסן עטליכע טעג
מ'פירט זיי יעצט קיין אוישוויץ אויפן וועג
זינגט זיך א איד
ווען דער רשע אויף איהם האסט
א ניגונ′דל וואס ער אליין האט דאן פארפאסט
דער גאנצער באן זינגט מיט
ער וויינט גארנישט אליין
עס וויינען מיט די ווענט די ערד און יעדע שטיין

נישט דא וואס צו שלינגען
קוים כח צו זינגען
עס וויינט מיט דער גאנצער ציבור
א ניגון לאזן מיר דא איבער
דער לידעלע וואס האלט
און הימלען עס שפאלט
לאמיר זינגען אני מאמין


אין פייער אין פלאמען
געבלוטיגט האט ים'ן
פון ברודער שוועסטער טאטע מאמע'ן
און דאך געשריגן אני מאמין
אוי טאטע קוק זיך דא אים
מיינע שווערסטע רגעים
עם כל זה אני מאמין

תחית המתים שטייט דאך שוין ביים ברעג
זיך טרעפן מיט די הייליגע אפשטאמען
ואף על פי מ′זעהט נאכנישט קיין עק
עם כל זה אני מאמין

•••

עס ציטערט יעדע נשמה
ס′איז היינט א פריש מלחמה
שרעקליכע נייעס הערט מען איבעראל
אין חוץ לארץ אין ארץ ישראל
די שוידערליכע טראגעדיעס
די באמבעס וואס שיסן
טייכן טרערן טייכן בלוט זיי גיסן
נישט קיין שמירה נישט קיין פאליטיק
זעהט יעדער איין אזוי
נאר דער בורא אין עוד מלבדו


די חתונה זאלן
אויף פיצלעך געפאלן
אן העליקאפטער אין פייער עס פאלט
א יונגערמאן ער גייט אויס אין וואלד
בנינים פון גרעסטן כח
אפילו הונדערט צען שטאק הויעך
אין סעקונדעס צופיצלט פארברענט מיט עראפלאנען

אין פייער אין פלאמען
געבלוטיגט האט ים'ן
פון ברודער שוועסטער טאטע מאמע′ן
און דאך געשריגן אני מאמין
בביאת המשיח
בביאת המשיח אני מאמין

אוי טאטע טאטע הער אונז שוין צו
בעטן מיר ביראה ובאימה
ואף על פי נאכנישט זוכה געווען דערצו
ווארטן מיר אויף די גאולה שלימה

•••

יודעלעך גרייט אייך
ברודערלעך פרייט אייך
צו תחית המתים וועט מען זוכה זיין
יתומים מיט אלמנות
מער נישט קיין רחמנות
דער יתום טרעפט די טאטע
די אלמנה טרעפט איר מאן

און אלע יתומים פון אלע אפשטאמען
וועלן זיך טרעפן נאכאמאל צוזאמען
טרערן פון שמחה וועט מען גיסן ים'ן
בתחית המתים אני מאמין

בתחית המתים אני אני מאמין
אני אני מאמין באמונה שלימה
בתחית המתים אני אני מאמין
אני אני מאמין באמונה שלימה

אליהו הנביא קומט דאך שוין צו רייטן
אט אט מ′זעהט שוין משיח פון דערווייטן
מיר וועלן אהיימגיין ברידערלעך צוזאמען
בביאת המשיח אני מאמין

אני מאמין...
Writer(s) R' Ezriel Dovid Fostog הי"ד
Lipa Schmeltzer, Mona Rosenblum

Songtext kommentieren

Log dich ein um einen Eintrag zu schreiben.
Schreibe den ersten Kommentar!

Beliebte Songtexte
von Lipa Schmeltzer

Quiz
Wer will in seinem Song aufgeweckt werden?

Fans

»Ani Maamin« gefällt bisher niemandem.