Oyfen Veg Shteit A Boim Songtext
von Dudu Fisher
Oyfen Veg Shteit A Boim Songtext
אויפֿן וועג שטייט אַ בוים,
שטייט ער אײַנגעבויגן.
אַלע פֿייגל פֿונעם בוים
זענען זיך צעפֿלויגן.
דרײַ קיין מזרח, דרײַ קיין מערבֿ,
און דער רעשט קיין דרום,
און דעם בוים געלאָזט אַליין
הפֿקר פֿאַרן שטורעם.
זאָג איך צו דער מאַמע׃ הער
זאָלסט מיר נאָר נישט שטערן,
וועל איך, מאַמע, איינס און צוויי,
באַלד אַ פֿויגל ווערן.
איך וועל זיצן אויפֿן בוים
און וועל אים פֿאַרוויגן
איבערן ווינטער מיט אַ טרייסט,
מיט א שיינעם ניגון.
זאָגט די מאַמע׃ ניטע קינד.
און זי וויינט מיט טרערן.
קענסט חלילה אויפֿן בוים
מיר פֿאַרפֿרוירן ווערן.
זאָג איך מאַמע׃ ס′איז אַ שאָד,
דײַנע שיינע אויגן,
און איידער וואָס און איידער ווען,
בין איך מיר אַ פֿויגל.
וויינט זי מאמע איציק קרוין
נעם אום גאָטעס ווילן,
נעם כאָטש מיט א שאַליקל
זאָלסט זיך נישט פֿאַרקילן.
די קאַלאָשן נעם דיר מיט —
ס'גייט אַ שאַרפֿער ווינטער,
און די קוטשמע טו דיר אָן.
וויי איז מיר און ווינד מיר.
און דאָס ווינטער לײַבל נעם.
טו עס אָן דו שׁוטה.
אויב דו ווילסט נישט זײַן קיין גאַסט
צווישן אַלע טויטע.
כ′הויב די פֿליגל ס'איז מיר שווער
צו פֿיל צו פֿיל זאַכן
האָט די מאַמע אָנגעטאָן
דעם פֿייגעלע דעם שוואַכן.
קוק איך טרויעריק מיר אַרײַן
אין דער מאַמעס אויגן
ס'האָט איר ליבשאַפֿט נישט געלאָזט
ווערן מיך אַ פֿויגל.
אויפֿן וועג שטייט אַ בוים,
שטייט ער אײַנגעבויגן.
אַלע פֿייגל פֿונעם בוים
זענען זיך צעפֿלויגן.
שטייט ער אײַנגעבויגן.
אַלע פֿייגל פֿונעם בוים
זענען זיך צעפֿלויגן.
דרײַ קיין מזרח, דרײַ קיין מערבֿ,
און דער רעשט קיין דרום,
און דעם בוים געלאָזט אַליין
הפֿקר פֿאַרן שטורעם.
זאָג איך צו דער מאַמע׃ הער
זאָלסט מיר נאָר נישט שטערן,
וועל איך, מאַמע, איינס און צוויי,
באַלד אַ פֿויגל ווערן.
איך וועל זיצן אויפֿן בוים
און וועל אים פֿאַרוויגן
איבערן ווינטער מיט אַ טרייסט,
מיט א שיינעם ניגון.
זאָגט די מאַמע׃ ניטע קינד.
און זי וויינט מיט טרערן.
קענסט חלילה אויפֿן בוים
מיר פֿאַרפֿרוירן ווערן.
זאָג איך מאַמע׃ ס′איז אַ שאָד,
דײַנע שיינע אויגן,
און איידער וואָס און איידער ווען,
בין איך מיר אַ פֿויגל.
וויינט זי מאמע איציק קרוין
נעם אום גאָטעס ווילן,
נעם כאָטש מיט א שאַליקל
זאָלסט זיך נישט פֿאַרקילן.
די קאַלאָשן נעם דיר מיט —
ס'גייט אַ שאַרפֿער ווינטער,
און די קוטשמע טו דיר אָן.
וויי איז מיר און ווינד מיר.
און דאָס ווינטער לײַבל נעם.
טו עס אָן דו שׁוטה.
אויב דו ווילסט נישט זײַן קיין גאַסט
צווישן אַלע טויטע.
כ′הויב די פֿליגל ס'איז מיר שווער
צו פֿיל צו פֿיל זאַכן
האָט די מאַמע אָנגעטאָן
דעם פֿייגעלע דעם שוואַכן.
קוק איך טרויעריק מיר אַרײַן
אין דער מאַמעס אויגן
ס'האָט איר ליבשאַפֿט נישט געלאָזט
ווערן מיך אַ פֿויגל.
אויפֿן וועג שטייט אַ בוים,
שטייט ער אײַנגעבויגן.
אַלע פֿייגל פֿונעם בוים
זענען זיך צעפֿלויגן.
Writer(s): נחלת הכלל, מאנגר איציק ז"ל, שמר נעמי ז"ל Lyrics powered by www.musixmatch.com